לאנדאן – רעגירונג באאמטע אין פראנקרייך און אין ענגלאנד האבן אויסגעדרוקט אויפברויז אויף קאמענטארן פונעם אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ, ביי וועלכע ער האט אראפגעריסן די צוויי לענדער פאר'ן האבן צו שטרענגע גאן געזעצן. טראמפ'ס קאמענטארן זענען געקומען ביי א רעדע פאריגן פרייטאג ביים יערליכן קאנווענשאן פון דער "ען-אר-עי" גאן לאבי גרופע, וואו ער האט געזאגט אז די פאריזער אייסיס אטאקעס אין יאר 2015 וואלטן געקענט פארמיטן ווערן אויב פראנקרייך וואלט געהאט לויזערע גאן געזעצן, און אויך האט ער געזאגט אז לאנדאנער שפיטעלער זענען פול מיט שטעכעריי-פארוואונדעטע, אויך ווייל זיי האבן שטרענגע גאן געזעצן. באאמטע פון ביידע לענדער האבן אוועקגעמאכט טראמפ'ס קריטיק, און אין לאנדאן האבן באאמטע געזאגט אז גאן וואונדן זענען פיל טויטליכער ווי שטעך-וואונדן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל