די לעגענדארע שפאציר פלאטפארמע לענגאויס דעם ים ברעג אין קאני איילענד וועט אנערקענט ווערן אלס היסטארישע לענדמארק מיט 95 יאר נאכדעם וואס זי איז פארענדיגט געווארן.

דאס נעמט אריין א שטח פון 2.7 אקערלאנד וואס וועט ווערן באשיצט פון סיי וועלכע טויש, און אויב עס ווערט געשעדיגט איז די שטאט פארפליכטעט עס צו פארריכטן און איבערמאכן, אזוי ווי אלע היסטארישע לענדמארקס.

די החלטה עס צו דעזיגנירן אלס לענדמארק ווערט פארגעשלאגן דורך קאנסילמאן מארק טרעגער, וועלכער זאגט אז דער באורדוואלק איז היינט א פראמינענטע אטראקציע פאר טוריסטן און דארף באשיצט ווערן.

דער מעיאר האט געזאגט אז ער שטיצט דעם געזעץ, און ווי עס שיינט וועט דאס געזעץ האבן גענוג שטיצע אינעם סיטי קאנסיל צו אריבערגיין ווען עס קומט ארויף פאר אן אפשטימונג קומענדיגן חודש.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל