אויסטראליע – קונדן פון א רעסטוראנט אין פערטה, אויסטראליע באגעגענען זיך מיט א מאדנע זאך, ווען זיי באקומען א וואסער-גאן פונעם סערווירער, בשעת ער ברענגט די באשטעלטע עסנווארג. די רעסטוראנט אייגנטימער געבן צו פארשטיין, אז וויבאלד דער רעסטוראנט געפינט זיך הארט נעבן וואסער, אונטער'ן פרייען הימל, מאכט זיך צומאל אז טויבן און אנדערע פייגלעך נודזשען די קונדן, און עס זענען שוין געווען עטליכע פעלער ווען די פייגלעך האבן אפילו ארויסגעכאפט עסנווארג פון די טעלערס, איז דעריבער די איינציגסטע וועג זיך צו ספראווען מיט די פייגלעך, דורכ'ן אויסשטאטן די קונדן מיט די נויטיגע וואפנס, וואסער גאנס, וואס די פייגלעך דערשרעקן זיך דערפון ווען מ'שפריצט אויף זיי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל