טעקסאס – סטודענטן אין א סקול אין על פאסא, טעקסאס, האבן זיך געוואונטשן אז ס'זאל אריינפאלן פון דאך א פעקל זיסווארג, אדער אמווייניגסטנס כאטש נייע "סקול סופלייס", אבער אנשטאט איז אריינגעפאלן א גרויסן שאכטל מיט מיליטערישע אמוניציע, וועלכע האט געשאפן א לאך אינעם דאך און געפאלן אין צענטער פון א קלאס צימער. דער מאדנער אינצידענט האט פאסירט אינעם סילעטא סקול דיסטריקט, וואו קיינער איז נישט פארוואונדעט געווארן, אבער עס האט אפגעהאקט די לעקטער אין טייל פון דער געביידע. אויטאריטעטן זאגן אז ס'איז ווארשיינליך ארויסגעפאלן פון א מיליטערישע העליקאפטער וועלכע האט זיך טרענירט נעבן די "פארט בליס" באזע נישט ווייט פון דער שולע, אבער זיי פארשן אויס דעם אינטערעסאנטן עפיזאד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל