וואשינגטאן – א פירמע וועלכע האט אנטוויקלט א מעדיצין וועלכע קען באהאנדלען און היילן מענטשן וואס זענען געווען אויסגעשטעלט צו א הויכע מאס ראדיאציע, האט זיך פאראויסגערוקט, מיט'ן באקומען טיילווייזע באשטעטיגונג פון דער אמעריקאנער רעגירונג. דער מעדיצין איז אנטוויקלט געווארן דורך דער "פלוריסטעם טעראפיוטיקס" פירמע אין מדינת ישראל, און די פירמע זאגט אז זיי האבן דערווייל געהאט א הונדערט פראצענטיגע סוקסעס ראטע ביים היילן מענטשן וועלכע זענען געווען אויסגעשטעלט צו ראדיאציע, און אצינד האט די פירמע באקומען לייסענס פון די אמעריקאנער "עף-די-עי", אז עס מעג גענוצט ווערן אין אמעריקע, אבער דערווייל נאר אין עמורדזשענסי פעלער.

די פירמע האפט צו אנטוויקלען זייער מעדיצין אלס גלאבאלע לעזונג צו זיין גרייט אין פאל פון א נוקלעארער קריג ה"י.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל