צפון קארעא – נעכטן האט מען געהערט אז דער צפון קארעאר פירער, קים יאנג אן, איז נאכאמאל געפארן פאר א באזוך קיין כינע, זייענדיג דאס צווייטע מאל וואס ער פארט אהין אין די לעצטע וואכן (די ערשטע באזוך). ביי זיין באזוך האט ער זיך געטראפן מיט'ן כינעזער פרעזידענט, שי דזשינפינג, פאר געשפרעכן איבער ווייטערדיגע שלום פראצעדורן, אבער צפון קארעא האט נישט ארויסגעגעבן צופיל דעטאלן איבער וואס קים און דזשינפינג האבן דיסקוסירט. קים'ס באזוך אין כינע איז געקומען געציילטע שטונדן איידער ס'איז געווען געסקעדזשועלט אז אמעריקע'ס סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא זאל אנקומען קיין צפון קארעא פאר זיין צווייטן באזוך, ענדגילטיג אפצושמועסן די דעטאלן פונעם טראמפ-קים שפיצן-קאנפערענץ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל