בעיזשינג – א פיבער פון שפעקולאציעס האט זיך נעכטן געקאכט, ווען מען האט געהערט אז דער צפון קארעאר פירער קים יאנג אן, געפינט זיך מעגליך פאר א געהיימען באזוך אין כינע. די באריכטן זענען געקומען נאכדעם וואס יאפאנעזער רעגירונג באאמטע האבן אויפגעכאפט א ספעציעלן באן פארלאזן צפון קארעא און פארן אין ריכטונג פון דער כינעזער הויפטשטאט, וואס די באן איז די זעלבע באן מיט וועלכער דער פריערדיגער צפון קארעאר פירער, קים יאנג איל, איז געפארן פאר זיין זעלטענעם יאר 11' באזוך אין כינע. אויב וועט זיך למעשה ארויסשטעלן אז קים יאנג אן האט טאקע באזוכט אין כינע נעכטן, וועט עס זיין דאס ערשטע מאל וואס ער האט פארלאזט צפון קארעא זינט'ן איבערנעמען די מאכט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל