ארמעניע רעוואלוציע ענדליך געענדיגט
ארמעניע – די פאליטישע אומרוען אין ארמעניע זענען נעכטן געקומען צו א ווארשיינליכע ענדע, נאכדעם וואס דער ארטיגער פארלאמענט האט ענדליך געשטימט אויפצונעמען דעם אפאזיציע פירער, ניקאל פאשיניאן, אלס נייער פרעמיער מיניסטער. די אומרוען האבן זיך אנגעהויבן מיט עטליכע וואכן צוריק, ווען העכער הונדערט טויזנט האבן זיך פארזאמלט אין די גאסן פון דער ארטיגער הויפטשטאט יערעוואן, און די פראטעסטן האבן ארויסגעצוואונגען פרעמיער מיניסטער סערזש סארזשיאן פונעם אמט, נאכ'ן זיצן צען יאר אויפן בענקל. פאשיניאן האט אריינגעגעבן זיין נאמען צום פארלאמענט, אז מען זאל אים נעמען אלס דער נייער פרעמיער מיניסטער, אבער פאריגע וואך האט א מערהייט פארלאמענט מיטגלידער געשטימט דערקעגן. האט דאס געפירט צו פרישע פראטעסטן, און עווענטועל האט דער פארלאמענט באשטעטיגט נעכטן פאשיניאן אלס דער נייער פרעמיער מיניסטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל