אריזאנע – אין א זיג פאר טעכנאלאגיע פירמעס וועלכע אנטוויקלען דרייווערלאזע קארס, האט מען געהערט פון פאליציי אין אריזאנע, אז דער אינצידענט וואו א דרייווערלאזע קאר האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א געהעריגן קאר, איז געווען די שולד פונעם מענטשליכן דרייווער. דער אינצידענט האט פאסירט פרייטאג אין טשענדלער, אריזאנע, וואו א קאר פון דער טעכנאלאגישער פירמע "וועימא" – וואס איז אונטער'ן אייגנטום פון "גוגעל" – האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א געהעריגן האנדא קאר ביי אן אינטערסעקשאן. עס האט אויסגעזען ווי דאס גייט זיין נאך א דורכפאל פאר די דרייווערלאזע קארס, ווייל מען זעט אז עס פאראורזאכט צוזאמשטויסן, אבער די פאליציי'ס אויספארשונג האט קלאר געצייגט אז דער צוזאמשטויס האט פאסירט וויבאלד דער דרייווער אינעם האנדא קאר האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר קיין רויטע-ליכט, בשעת דער דרייווערלאזער קאר האט זיך יא געהאט אפגעשטעלט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל