עזה – נעכטן האט מען געהערט אז עס איז דא א פרישע מעגליכקייט, אז כאמאס און מדינת ישראל וועלן איינשטעלן א לאנג-טערמיניגע שטילשטאנד צווישן זיך, נאכפאלגנדיג עטליכע טויטליכע וואכן פון מאסיווע עזה גרעניץ פראטעסטן, וואס האט זיך געענדיגט מיט צענדליגער פאלעסטינער פאטאליטעטן. לויט די באריכטן, האבן זיך באנייעט געשפרעכן אין עגיפטן, צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער, וואס אונטער דעם יעצטיגן פלאן, וועט מדינת ישראל מער נישט פארלאנגען אז כאמאס זאל זיך אנטוואפענען, און אויך וועט מדינת ישראל ערלויבן די פאלעסטינער אויטאריטעט איבערצונעמען קאנטראל פון עזה און מאכן דארטן ארדענונג און ציוויליזאציע.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל