אָלבאַני. — דער סטעיט–סענאַט האָט דורכגעפירט אַ געזעץ צו העכערן די שטראָפן פאַר דורכפאָרן אַ סקול–באָס ווען די רויטע לעמפּלעך זענען אָנגעצונדן וואָס צייגט אַז קינדער קומען אַרויף אָדער שטייגן אָפּ.

דער פאַרזוך צו האַלטן קינדער זיכערער, איז געספּאַנסאָרט געוואָרן דורך סענאַטאָר מאַרטין דילאַן מיט דער הילף פון די סענאַטאָרן ר' שמחה פעלדער און טים קענעדי. אין די אַסעמבלי איז דער ספּאַנסאָר פונעם ביל, עריק מאַרטין דילאַן, דער זון פונעם ביל'ס סענאַט ספּאַנסאָר. עס געפינט זיך נאָך דאָרט אין די טראַנספּאָרטאַציע קאָמיטע. געזעצליך דאַרף זיך דער פאַרקער אָפּשטעלן און בלייבן וואַרטן ווען די רויטע–לעמפּלעך אויף אַ געלע סקול–באָס זענען אָנגעצינדן, אָנצודייטן אַז קינדער קומען אַרויף אָדער שטייגן אָפּ און גייען אַריבער די גאַס.

בילד




אויב איינער ווערט אָפּגעשטעלט, ווערט מען פאַר די ערשטע פאַרלעצונג באַשטראָפט מיט אַ סומאָנס פון 250 דאָלער און 5 פּונקטן אויף די לייסענס. דאָס שטייגט צו 600 דאָלער פאַר'ן צווייטן מאָל און צו 750 דאָלער פאַר'ן דריטן מאָל און אַזוי ווייטער. אונטער'ן נייעם געזעץ, וועט די שטראָף אַרויפגיין ביים ערשטן מאָל צו 350 דאָלער און דאַן וועט דאָס אַרויפגיין צו 1,000 דאָלער פּער יעדע שפּעטערדיגע פאַרלעצונג. מען וועט אויך קענען פאַרלירן אויף 60 טעג די דרייווער'ס לייסענס אויב מען ווערט געכאַפּט צום צווייטן מאָל אין פאַרלויף פון 18 חדשים.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל