וואשינגטאן – לויט פרישע אויפדעקונגען, האט פרעזידענט טראמפ'ס לויער און ביזנעס שותף מייקל קאהן (וועלכער איז אונטער פעדעראלע אויספארשונגען), אפערירט אן אקאונט מיט אפאר מיליאן דאלאר, וואס ער האט באקומען פון ביזנעסער, פאר וועמען ער האט פארשפראכן צו העלפן באאיינפלוסן טראמפ'ס פאליסיס פאר זייער טובה. צווישן די וועלכע האבן געגעבן געלט פאר קאהן, איז געווען "עי-טי-ענד-טי" און די פארמאסוטיקל פירמע "נאווארטיס", וועלכע זאגט אז זי האט גאנץ שנעל איינגעזען אז קאהן האט נישט עכט קיין איינפלוס אויף טראמפ.

אויסער די קאנטראווערסיאלע ערשיינונג פון א פאנד צו העלפן פירמעס באקומען איינפלוס אויף דער טראמפ אדמיניסטראציע, האט מען געהערט אז קאהן האט גענומען א האלבן מיליאן דאלער פון "קאלאמבוס נאווע", א פירמע פארבינדן מיט א רייכן רוסישן פערזאן וויקטאר וועקסעלבערג, וועלכער איז שוין א צייט צוריק אויסגעפארשט געווארן דורך ראבערט מוללער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל