אמסטערדאם – א זארג איז אנטשטאנען ביי דער אידישער געמיינדע אין אמסטערדאם, האלאנד, ווען א גרויסע מוסולמענער מעטשעט האט געמאלדן מיט שטאלץ, אז עס איז זיי געלונגען צו ברענגען א אידישן האלאקאוסט איבערלעבער זיך צו טויפן צו איסלאם רח"ל. דער מעטשעט האט דאס געמאלדן — נישט מער און נישט ווייניגער — אינעם טאג ווען עס ווערט אפגעצייכנט אין האלאנד א נאציאנאלע חאגע פאר האלאקאוסט קרבנות און געליטענע, פובליצירנדיג א מעסעדזש, וועלכע האט געלויטעט אז דער 87 יעריגער שלום וואן קאווערדאן (Sal van Coeverden) האט זיך געטויפט צו איסלאם. לאקאלע אידן האבן אויפגענומען די נייעס מיט שאק, און זיי זאגן אז קאווערדאן איז מער נישט פולקאם ביים זינען צוליב זיין הויכן עלטער, און דעריבער איז שטארק מעגליך אז די מוסולמענער האבן אים פארכאפט אן זיין וויסן. די אידן פרובירן צו דערגיין וואס גענוי ס'האט פאסירט, אבער דערווייל קענען זיי נישט טרעפן קאווערדאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל