אטאווע – דער קאנאדישער פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא האט נעכטן געמאלדן, אז די קאנאדישע רעגירונג וועט ארויסגעבן אן אפיציעלע און פארמאלע אנטשולדיגונג, פאר'ן אוועקדרייען און נישט אקצעפטירן א שיף אנגעפילט מיט אידישע פליטים, וועלכע האבן פרובירט צו אנטלויפן פון נאצי-דייטשלאנד אין יאר 1939.

די געשיכטע פון דער סט. לואיס שיף איז איינע פון די מערסט-באקאנטע געשיכטעס איבער א דורכפאל פון אמעריקע, קאנאדע און אנדערע לענדער צו העלפן ראטעווען אידן פון די נאצישע נעגל, וואס א גרויסע פראצענט פון די אידן אויף שיף זענען טאקע צוריק אנגעקומען קיין אייראפע און אומגעקומען אין די טויט-לאגערן. יעצט וועט קאנאדע ארויסשטעלן איינמאל פאר אלעמאל א פולקאמע און אפיציעלע אנטשולדיגונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל