וועסט ווירדזשיניע – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געפייערט די רעזולטאטן פון א סעריע פריימעריס וועלכע זענען אפגעהאלטן געווארן דינסטאג, זאגנדיג אז די קאנדידאטן וואס האבן געוואונען זענען גאר שטארק צו געווינען אין נאוועמבער, און אז דער ענטוזיאזם און ענערגיע ביי רעפובליקאנער וויילער איז געוואלדיג. די מערסטע אויפמערקזאמקייט האט באקומען דער רעפובליקאנער סענאט פריימערי פארמעסט אין וועסט ווירדזשיניע אויסצואוועלן ווער עס וועט לויפן קעגן דעם אמטירנדן דעמאקראטישן סענאטאר דזשאו מענשין. צווישן די קאנדידאטן איז געלאפן דאן בלענקענשיפ, א קאנטראווערסיאלער געוועזענער קוילן מינע אייגנטימער וועלכער איז געזעסן אין טורמע פאר'ן טויט פון 29 מינע גרעבער. בלענקענשיפ האט למעשה פארלוירן די פריימערי, נאכדעם וואס טראמפ האט זיך געבעטן מ'זאל נישט שטימען פאר אים.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל