סטרעס איז נישט אלעמאל שלעכט, אבער די שליסל איז צו האבן די ריכטיגע באלאנס, מען מעג זיין אונטער דרוק, אבער מיט א מאס.

סטרעס איז א כעמיקאלע רעאקציע פונעם קערפער ווען א מענטש דארף ארבייטן אדער זיך אנטשרענגען מער ווי זיינע געווענליכע פיזישע מעגליכקייטן, די קערפער פראדוצירט מער אדראנילין און דאס טרייבט צו זיין מער אקטיוו.
אבער ווען א מענטש געפונט זיך אונטער שטענדיגע סטרעס דאן ווערט די באלאנס פונעם נערוון סיסטעם צושטערט, און דאס קען האבן א שווערע פיזישע און גייסטישע עפעקט אויף דעם באטרעפנדן.






וואס איז סטרעס

דער רבוש״ע האט אריינגלייגט אין אונזער קערפער א נאטורליכע רעאקציע צו רעאגירן ווען מיר זענען אונטער געפאר, סטרעס איז א רעאקציע פונעם קערפער צו נעמען שנעלע שריט, ווען איר שפירט זיך באדראעט אדער אונטער געפאר וועט איר שפירן א פארשנעלערונג אין אייער הארץ קלאפ און א אינעם ריטם פונעם בלוט צירקולאציע און די געווענליכע פוילקייט אדער מידעקייט ווערט פארשוואונדן.

דאס איז א קריטיש וויכטיגע קערפערליכע פונקציע אויף זיך צו באשיצן פון געפאר און אנטלויפן ווען עס פעלט זיך אויס, אבער ווען די קערפער רעאגירט צו טעגליכע פונקציעס מיט אזא שטארקייט, אדער יעדע מאל ווען עס קומט אונטער א שווערע אויפגאבע שפירט מען אזוי דאן איז די באדייט אז מען ליידט פון ״כראנישע סטרעס״ וואס קען זיין גאר אומגעזונט פיזיש און גייסטיש.

כראנישע סטרעס

כראנישע סטרעסט פאסירט וועט די אינערליכע נערוון סיסטעם טוט נישט פונאדערשיידן צווישן א פיזישע געפאר און גייסטישע אנגעצויגנקייט און רעאגירט מיט די זעלבע שטארקייט צו יעדע ביסל דרוק.

כראנישע סטרעס איז א גאר געפארפולע צושטאנד און ברענגט מיט זיך א רייע פון נאכווייען, פיזיש און גייסטיש, א לענגערע צייט פון כראנישע סטרעס ברענגט מיט זיך דעפרעסיע, אנעקזייעטי און נאך גייסטישע פראבלעמען, און אזוי אויך א רייע פיזישע פראבלעמען.

*סטרעסט קען ברענגען מיט זיך צעדנליגע פיזישע נאכווייען, פאלגנד איז בלויז א טיילווייזע ליסטע:

*שלאפלאזיגקייט

*רוקן ווייטאג

*אימיון סיסטעם שוועריגקייטן

* א צושטערטע פארדייאונג סיסטעם

*איבערוואג אדער אונטערוואג

*קאגנעטיווע פראבלמען (זכרון פארלוסט א.ד.ג.)

*הארץ פראבלעמען

*בלוט דרוק פראבלעמען

*הויט פראבלמען ווי עקזעמע א.ד.ג.

*פארשידענע כראנישע ווייטאגן

*און נאך.

בילד


סטרעס קען קומען פון פארשידענע זאכן, סיי פון שווערע אומשטענדן, אנגעצויגנקייט אין שטוב, ביי די ארבייט, פארלירן א ארבייט, פארלירן א משפחה מיטגליד ל״ע, א גט, אדער א שווערע געלט פארלוסט.

עס קען אבער אויך קומען פון גוטע זאכן, מען האלט פאר א חתונה, מען הייבט אן א נייע דשאב, א גרויסע געשעעניש, די אלע זאכן קענען ברענגען סטרעס.

סטרעסט נעמט זיך אבער נישט בלויז פון אויסערליכע געששענישן, נאר ליבערשט פון די וועג וויאזוי מען באנעמט זיך דערמיט, איינער וואס איז פון נאטור אויס א פערפעקציאניסט און וויל אלעס זאל קלאפן אויף 100% איז מער אויסגשטעלט צו ליידן פון סטרעס, אזוי אויך איינער וואס האט א נעגאטיווע און פעסימיסטישע צוגאנג צום לעבן איז גאר אפט אויסשגעטעלט צו סטרעס.

איר קענט נישט נאכלאזן פון די ארבייט: צו שפירט איר אז אפילו שבת און ביינאכט קען אייער קאפ נישט אויפהערן צו טראכטן און זיין פארנומען מיט אלע סארט אויפגאבעס.

איר האט קאפווייטאג ווען איר זענט נישט פארנומען: קאפ ווייטאג אין די וויקענד און שבת איז א סימפטאם פון סטרעס, וויבאלד דאס נאכלאזן די סטרעסט ברענגט באלדיגע קאפ ווייטאג.

*צייכנס אויפ׳ן פנים: סטרעס שלאגט אויס מיט פארשידענע אויסשלאגן.

*עס איז שווער זיך צו קאנצעטרירן, מען פארגעסט אפט.

*עס איז שווער צו עסן נארמאל, מען פארלירט דעם אפעטיט, מען עסט שנעל, ווייניג, צופיל.

*איינזאמקייט - מען איז נישט אינטרעסירט צו שמועסן אדער פארברענגען מיט אנדערע מענטשן

וואס ברענגט סטרעס?
סטרעס קען קומען פון פארשידענע זאכן, סיי פון שווערע אומשטענדן, אנגעצויגנקייט אין שטוב, ביי די ארבייט, פארלירן א ארבייט, פארלירן א משפחה מיטגליד ל״ע, א גט, אדער א שווערע געלט פארלוסט.

עס קען אבער אויך קומען פון גוטע זאכן, מען האלט פאר א חתונה, מען הייבט אן א נייע דשאב, א גרויסע געשעעניש, די אלע זאכן קענען ברענגען סטרעס.

סטרעסט נעמט זיך אבער נישט בלויז פון אויסערליכע געששענישן, נאר ליבערשט פון די וועג וויאזוי מען באנעמט זיך דערמיט, איינער וואס איז פון נאטור אויס א פערפעקציאניסט און וויל אלעס זאל קלאפן אויף 100% איז מער אויסגשטעלט צו ליידן פון סטרעס, אזוי אויך איינער וואס האט א נעגאטיווע און פעסימיסטישע צוגאנג צום לעבן איז גאר אפט אויסשגעטעלט צו סטרעס.

וויאזוי צו קאנטראלירן סטרעס

עס זענען דא פארשידענע שטאפלן אין סטרעס, טיילמאל פעלט זיך אויס מעדיצינען, אבער עס זענען דא פארשידענע זאכן וועלכע קענען אלעמאל זיין בייהילפיג אין קאנטראלירן סטרעס.

זיך ארומנעמען מיט פריינט און פאמיליע - עס איז וויכטיג צו זיין אייביג ארומגענומען מיט פריינט און זוכן די הילף פון פאמיליע, איינזאמקייט איז איינס פון די אורזאכן פון סטרעס.

נעמען קאנטראל - ווען מען שפירט אז מען האט נישט קיין קיין קאנטראל איבער א סיטואציע דאן ברענגט דאס סטרעס. דעריבער איז וויכטיג צו אייביג אנהאלטן א קאנטראל און נישט ״לאזן לויפן״.

באקום ווי מער אינפארמאציע - ווען מען טרעפט זיך אין א שווערע סיטואציע איז וויכטיג צו באקומען ווי מער אינפארמאציע, אפילו מען קען נישט קאנטראלירן א סיטואציע, איז אבער גאר וויכטיג צו אמווייניגסטנס צו ״פארשטיין״ א סיטואציע, און דעריבער איז גוט צו זאמלן ווי מער אינפארמאציע און ציפערן אויף יעדע קריזיס.

מאכן איבונגען - לויפן, טאנצן, אקטיוויטעטן. עס איז איבערגעוויזן געווארן אז יעדע סארט פיזישע אנשטרענגונג ברענגט אראפ די סטרעס און מאכט אייך שפירן בעסער, דעריבער אז איר שפירט אז סטרעסט רוקט זיך אן איז גוט זיך צו ארויסלאזן אויף א לויף אדער כאפן א טאנץ אויפ׳ן טרעדמיל.

א געזונטע לעבנסשטייגער - שלאפן גוט און עסן גוט איז איינע פון די וויכטיגסטע זאכן צו קענען זיך פארמעסטן מיט סטרעס, ספעציעל ווען עס האנדלט זיך פון אנגצויגענע צייטן און אפטמאל פארלירט מען שלאף און מען עסט ווייניגער, עס איז וויכטיג צו האלטן קאפ און זיכער מאכן אז מען עס גוט און מען שלאפט גוט.

האב בטחון - דאס וויכטיגסטע איז צו בלייבן אפטימיסטיש, א גענאטיווע און פעסעמיסטישע בליק אויפ׳ן לעבן איז די ערשטע זאך וואס ברענגט סטרעס. דעריבער איז וויכטיג צו אנהאלטן האפענונג און אן אפטימיסטישע בליק אויף יעדע סיטואציע.

נייע טעסט וועט העלפן דיאגנאזירן פינאט אלערגיעס

אין די לעצטע יארן וואקסט דראמאטיש די צאל מענטשן וועלכע זענען אלערגיש צו פינאטס, און איינע פון די פראבלעמען איז אז עס איז שווער צו אידענטיפיצירן דעם אלערגיע פריצייטיגט, און טיילמאל אנדעקט מען עס נאר נאך א שווער אלערגישע אויסברוך, די יעצטיגע טעסטס זענען נישט גענוג אפעקטיוו וויבאלד אין טייל פעלער טוט עס פאלש אידענטיפיצירן אן אלערגיע און אין טייל פעלער טוט עס אונטערשאצן די ערנסקייט פונעם אלערגיע.
פארשער האבן אנטוויקלט א נייע מעטאד צו אידענטיפיצירן א פינאט אלערגיע וועלכע רופט זיך עם-עי-אר, דאס איז דאס ערשטע מאל וואס עס איז אנטוויקלט געווארן א טעסט וועלכע איז 100 פערצענט אקוראט. פארשער ארבייטן אצינד צו פארבעסערן דעם טעסט פאר אלע אנדערע אלערגיעס און פארשפרעכן אז דאס קען פירן צו א מאסיווע דורכברוך אין די וועג וויאזוי מען באהאנדלט און דיאגנאזירט אלערגיעס.

זיך לייגן שפעט שלאפן איז שעדליך פאר׳ן געזונט

א נייע שטודיע ברענגט אומגונסטיגע נייעס פאר ״נאכט פייגלעך״ וואס גייען שלאפן שפעט און שטייען אויף שפעט, די שטודיע צייגט אז מענטשן וואס האלטן אן אזא רוטין זענען מער אויסגעשטעלט צו פארשידענע קראנקהייטן און אז מענטשן וואס גייען שלאפן פרי און שטייען אויף פרי האבן אין דורכשניט א געזונטערע און לענגערע לעבן.
די שטודיע צייגט אז די וועלכע פארמאגן אזא סדר היום באקומען אויף געווענליך א שוואכערע קוואליטעט שלאף, און אפטמאל דארפן זיין אויפשטיין אין די נארמאל צופרי שטנדן און דאס ברענגט דערצו אז זייער נאטורליכע שלאף ווערט איבערגעהאקט, אזא לעבנסשטייגער ברענגט א געהעכערטע ריזיקע פון הארץ פראבלעמען און מעטאבאלישע פראבלעמען.
די מענטשליכע ״ביאלאגישע זייגער״ איז גענעטיש אנגעשטעלט צו שלאפן אין די טונקענעל נאכט שטונדן און זיין וואַך אין די ליכטיגע טאג שטונדן, און די שטודיע צייגט אז טוישן די אינערליכע פראגראם פונעם מענטשליכן קערפער איז שעדליך און אומגעזונט מער ווי מען האט געוויסט ביז היינט.

לאנדאן וועט פארבאטן רעקלאמעס פאר ״זשאנק פוד״ 

דער לאנדאנער מעיאר סאדיק קהאן פלאנט צו לייגן שטרענגערע רעגולאציעס אויף די ״זשאנק פוד״ אינדוסטרי, ענליכע צו די באגרעניצונגען וועלכע עקזיסטירן שוין אויף די טאבאק אינדוסטרי, נאכדעם וואס שטודיעס טוען נאכאנאנד צייגן אויף די געפארפולע נאכווייען וואס די סארט עסנווארג האבן אויף דאס געזונט פון מענטשן.
דער מעיאר האט געזאגט אז צום ערשט וועלן רעקלאמעס פאר אזעלכע עסן זיין גענצליך פארבאטן אין די לאנדאנער סאבוועי אויף די באנען או סטאנציעס, דער מעיאר וועט אבער ערלויבן פאר די עסן געשעפטן צו לייגן רעקלאמעס פאר זייערע געזונטע אויסוואלן ווי סאלאט אדער וואסער.
דאס קומט צו באקעמפן אן עפידעמיע אין איבערוואג וועלכע פלאגט אייראפע און ענגלאנד וואו לעצטע שטודיעס צייגן אז צווישן קינדער אין די עלטער פון 10-11 זענען איבער 40% איבערוואגיג, ספעציעל אין די ארימערע שיכטן וואו עס איז פאפולער צו עסן אין די סארט ״פעסט-פוד״ געשעפטן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל