מיט גרויס פאראד און אונטער א שטרענגער וואך, איז היינט אפגעהאלטן געווארן די עפענונגס-צערעמאניע פון דער  נייער אמעריקאנער אמבאסאדע אין ירושלים.

אדרעסירנדיג די הונדערטער געלאנדטע געסט, האט פרעמיער מיניסטער נתני' אויסגעלויבט פרעזידענט טראמפ פאר'ן "מאכן היסטאריע דורכ'ן אנערקענען היסטאריע."

"פארצייכנט זיך דעם מאמענט," האט נתני' פייערליך דערקלערט. "דאס איז היסטאריע."

ארום אכט-הונדערט געסט זענען איינגעלאדנט געווארן צו דער צערעמאניע, אריינגערעכנט א ספעציעלע דעלעגאציע פון דער אמעריקאנער רעגירונג, אין שפיץ פונעם דעפיוטי סעקרעטערי אוו סטעיט דזשאן סוליוואן, פינאנץ סעקרעטאר סטיווען מנוטשין, דעם פרעזידענט איידעם און ספעציעלער ראטגעבער דזשעראד קושנער און זיין פרוי, און דעם פרעזידענט'ס ספעציעלער שליח פון אינטערנאציאנאלע ענינים דזשעיסאן גרינבלאט.

פרעזידענט טראמפ, וועלכער האט אריבערגעשיקט א רעקארדירטן ווידעאו-מעסעדזש צו דער צערעמאניע, האט אנגעוויזן אז "שוין יארן וואס מיר האבן פארפעלט צו אנערקענען עפעס וואס איז זעלבספארשטענדליך, א פשוט'ע מציאות, אז ירושלים איז די הויפטשטאט פון מדינת ישראל."

דער פרעזידענט האט דערביי אונטערגעשטראכן זיין האפענונג פאר שלום. "מיר שטרעקן אויס א האנט פון פריינטשאפט צו מדינת ישראל, די פאלעסטינער, און אלע זייערע שכנים: זאל שוין זיין שלום," האט טראמפ דערקלערט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל