נאך א פארצויגענעם קאמף האט א ריכטער געאורטיילט, אז די איינוואוינערס פון א געביידע מיט'ן נאמען 'טראמפ פלאץ' האט דאס לעגאלע רעכט אראפצונעמען דעם פרעזידענט'ס נאמען.
די איינוואוינערס, וועלכע האבן מיט א מערהייט פון 158 קעגן 59 געשטימט אז די שילד מיט'ן פרעזידענט'ס נאמען זאל באזייטיגט ווערן פון דער געביידע, האבן אנגעקלאגט דעם קאנדאמיניום בארד אין געריכט פאר'ן נישט אויספאלגן דעם פארלאנג.
די אפשטימונג, וואס איז אפגעהאלטן געווארן פאברואר פון 17' דורך די דירה-אייגנטימער פון 200 ריווערסייד באולעווארד, איז געקומען מיט'ן אנגעגעבענעם אויסרייד אז דער נאמען 'טראמפ' שטעלט דעם בנין אויס צו א זיכערהייטס געפאר -- א באהויפטונג וואס קאנטער-טעראריזם עקספערטן ווארפן אפ, בעיקר וויבאלד די באטרעפנדע געביידע איז נישט קיין לוקסוריעזער, טייערער פראיעקט און אפילו אויב טעראריסטן זאלן צילן דווקא געביידעס מיט טראמפ'ס נאמען, איז עס זייער נישט מסתבר אז זיי וועלן אויסזוכן דווקא דעם בנין.
די אדוואקאטן פון דער 'טראמפ ארגאניזאציע' האבן גע'טענה'ט אז די דאקומענטן פונעם בנין געבן נישט קיין רשות פאר די איינוואוינערס צו מאכן אזא החלטה, אבער דער ריכטער האט נישט מסכים געווען מיט דער באהויפטונג.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה