וואשינגטאן – אין רעאקציע צו א מעלדונג פון די ציוניסטישע רעגירונג, אז זיי האבן באשטעטיגט נאנט צו צוויי טויזנט נייע הייזער, געבויט צו ווערן אין די אקופירטע געביטן, האט דאס ווייסע הויז אויסגעדרוקט איר שטארקע קעגנערשאפט דערצו.

"דער פרעזידענט האט געמאכט זיין פאזיציע זייער קלאר, איבער די נייע אקטיוויטעטן אין די סעטלמענטס" – האט א ווארטזאגער פאר די טראמפ אדמיניסטראציע געזאגט, צולייגנדיג "מיר טוען פאראויסשטופן ביידע זייטן פונעם קאנפליקט, צו טאן נאר שריט וואס וועט ארויסהעלפן צו ברענגען א שלום".

די מעלדונג פון די באשטעטיגונג פון די נייע הייזער אין די געביטן, איז געווען א שרעקליכע חוצפה פון מדינת ישראל, וויבאלד טראמפ האט שוין קלארגעשטעלט ביי ביבי נתניהו'ס באזוך אין אמעריקע פאראיאר, אז ער וויל אז מ'זאל זיך צוריקהאלטן פון סיי וועלכע נייע פראיעקטן אין די געביטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל