אמסטערדאם – א איד אין אמסטערדאם זאגט אז ער איז געטשעפעט געווארן דורך א לאקאלן פאליציי אפיציר, וועלכער האט רעפערירט צו מדינת ישראל'ס התגרות באומות שריט אין סיריע. דער איד איז אידענטיפיצירט געווארן אלס יאן דזשימיניק, וועלכער פארמאגט א בוך געשעפט אין אמסטערדאם, און ער האט ארויסגעשטעלט א שילד פארנט פון זיין געשעפט, וועלכע האט איינגעלאדנט מענטשן אנטיילצונעמען אינעם "אפענע אידישע הייזער" פראגראם, דורך וועלכע עס ווערן צוגעשטעלט טורס אין הייזער וואס האבן באלאנגט פאר אידן בעפאר'ן צווייטן וועלט קריג.

דזשימיניק זאגט אז דער אפיציר האט אים געזאגט "וואלסטו אפשר אראפגענומען דעם שילד?!", און ווען דזשימיניק האט געפרעגט די סיבה, האט דער אפיציר רעאגירט "ווייל מדינת ישראל האט דורכגעפירט א באמבארדירונג", מיינענדיג ווארשיינליך די איזראעלישע אטאקע אויף איראנער אינטערעסן אין סיריע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל