בריסל – די אייראפעאישע יוניאן פירערשאפט האט נעכטן געשטימט צו פארלענגערן סאנקציעס קעגן דעם איראנער רעזשים, איבער די פארשידענע מענטשן רעכט פארלעצונגען וואס קומען פאר אין איראן. די סאנקציעס האבן נישט קיין שום שייכות מיט די סאנקציעס קעגן איראן איבער זייער נוקלעארע וואפנס, וואס די סארט סאנקציעס זענען דערווייל סוספענדירט, אלס רעזולטאט פון די יאר 15' נוקלעארע דיעל וואס איז אויסגעהאמערט געווארן אונטער אבאמא'ס קאדענץ. די אייראפעאישע לענדער האבן נעכטן אויך דעבאטירט פארשידענע טוישונגען צו מאכן דעם איראן דיעל שטרענגער, מיט'ן ציל צו באפרידיגן פרעזידענט טראמפ, אבער די לענדער קענען זיך דערווייל נישט פאראייניגן. פראנקרייך איז מסכים צו מאכן דעם דיעל שטרענגער, אבער איטאליע איז דערקעגן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל