מאסקווע – נעכטן האט מען געהערט א באריכט, אז א גרופע רוסישע ביזנעסלייט און רייכע אליגארכן, האבן זיך געוואנדן צו דער רוסישער רעגירונג און געזאגט, אז זיי ווילן האבן הילף פון דער רעגירונג צו קענען אנגיין מיט זייערע ביזנעס אקטיוויטעטן, נאכדעם וואס זיי זענען סאנקציאנירט געווארן דורך דער אמעריקאנער רעגירונג מיט עטליכע וואכן צוריק. צווישן די וועלכע האבן געבעטן הילף, איז דער רוסישער ביזנעסמאן אלעקסיי מארדאשעוו, וועלכער האט געזאגט פאר פרעמיער מיניסטער דעמיטרי מעדוועדעוו, אז זיין פירמע, וועלכע פאבריצירט גאזאלין טורביינס, קען זייער שווער אנגיין אין די לעצטערע וואכן, וויבאלד ער ווערט בלאקירט פון הלוואות און אנדערע זאכן, צוליב די סאנקציעס.

בילד: אלע ביזנעסלייט וואס ליגן אויף זיי סאנקציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל