וויסקאנסין – אידישע פיגורן אינערהאלב דער רעפובליקאנער פארטיי זאגן, אז זיי זענען איבערצייגנד אז דער אנטיסעמיט פאול ניעלען וועט נישט געווינען די רעפובליקאנער קאנגרעס פריימערי אין וויסקאנסין. די פריימערי קומט פאר צו ערזעצן פאול רייען, וועלכער האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג, און צווישן די קאנדידאטן איז פאול ניעלען, וועלכער שטאלצירט מיט זיין אפענעם ראסיזם און אנטיסעמיטיזם, זאגנדיג ביי א געלעגנהייט אז אלע אידן גייען איין טאג ברענען ה"י, און אז אידן קאנטראלירן די מידיא. ניעלען איז דערווייל דער שטערקסטער אין די פריימערי, האבנדיג אויפגעטריבן 160,000 דאלאר אין דער צייט וואס דער איינציגסטער אנדערער רעפובליקאנער האט בלויז אויפגעטריבן 18,000 דאלאר, אבער די אידישע רעפובליקאנער זאגן אז זיי ארבעטן צו טרעפן בעסערע קאנדידאטן אין די פריימערי, און וועלן נישט לאזן ניעלען געווינען.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל