וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס נייער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער, דזשאן באלטאן, האט די וואך אנגעהויבן דינען אויף זיין נייעם אמט, און ער האט שוין באוויזן צו מאכן אן אימפאקט, אויסרייניגנדיג דאס ווייסע הויז נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל פון עטליכע הויכראנגיקע באאמטע, מיט'ן ציל אריינצושטעלן זיינע אייגענע מענטשן. ווי שוין באריכטעט אינמיטן דער וואך, האט דער היימלאנד זיכערהייט ווארטזאגער טאם באסערט רעזיגנירט אלס רעזולטאט פון באלטאן, און אויך האבן צוויי מיטגלידער פונעם קאונסיל, נאדיא שאדלאו און מייקל ענטאן, געמאלדן אז זיי טרעטן אפ. נעכטן האט מען געהערט אז דער דעפיוטי נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער ריקי וואדעל וועט רעזיגנירן, ווייל ער איז געווארן אויסגעוועלט דורכ'ן ארויסגעווארפענעם עיטש אר מעקמעסטער פאר דער פאזיציע.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל