וואשינגטאן – אינערליכע דראמא אין ביידע פאליטישע פארטייען אין וואשינגטאן הייבט זיך אן קאכן, ווען די פארטייען באטראכטן וואס זיי גייען טאן אין קאנגרעס נאך די מידטוירם וואלן. אויף דער רעפובליקאנער זייט, האט קאנגרעס ספיקער פאול רייען געמאלדן אז ער וועט רעטייערן, וואס באדייט אז קומענדיגן יאנואר וועלן די רעפובליקאנער מוזן אויסוועלן א נייעם פירער פאר זיי אין קאנגרעס, און דערווייל זעט אויס ווי קעווין מעקארטי וועט באקומען די פאזיציע, און אויב נישט, וועט סטיוו סקאליס זיין דער אויסוואל. אויף דער דעמאקראטישער זייט זענען פילע מעסיגע דעמאקראטן שוין מיד פון נענסי פעלאסי, און אויב זיי געווינען קאנטראל פון קאנגרעס, ווילן זיי מ'זאל נעמען א נייעם פיגור פאר ספיקער, און קווינס קאנגרעסמאן דזשאו קראולי איז דער ווארשיינליכער קאנדידאט דערפאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל