וויסקאנסין – ניו יארקער איינוואוינער וועלן טאקע נישט "געניסן" דערפון, אבער א פרישער שניי בליזארד גייט אנקומען היינט אינעם צפון ראיאן פון די פאראייניגטע שטאטן, און די אפעקטס דערפון וועלן זיך שפירן אין פילע סטעיטס. די שניי וועט באטרעפן סטעיטס אנגעהויבן פון מאנטענא, ווייאמינג, סאוט דעקאטע, נארט דעקאטע, נעבראסקע, געענדיגט ביי אייאווע און וויסקאנסין. אלעס אינאיינעם וועט דער שניי שטורעם ברענגען צווישן זעקס ביז צוועלף אינטשעס, און טייל פון די סטעיטס וועלן האבן בליזארד-שטארקע ווינטן. מען דערווארט אז די פארנומענע אינטערנאציאנאלע לופטפעלדער אין מינעאפאליס, מינעסאטע וועלן האבן פילע אפגעשאפענע פלי רייזעס. דער בליזארד קומט טראץ וואס מען שטייט שוין עטליכע וואכן טיף אינעם פרילינג סעזאן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל