בלומינגראָוו. — אונטער אַ גאָר געהויבענער שטימונג האָבן די פילע תושבי השכונה אויפגענומען די בשורה מרנינה מיט'ן עפענונג פון דעם נייעם פּראַכטפולן בנין בית המדרש "מאורות נתן" אין די דעללעס–געגענט פון בלומינגראָוו אויף דעם פאַרגאַנגענעם יום–טוב פסח.

פילע תושבי השכונה און די מתפללי ביהמ"ד האָבן מיט גרויס התרוממות הנפש מיטגעהאַלטן די פתיחת שערים ווען מען האָט באַנייט דעם שיינעם בית שמגדלים בו תורה ותפלה. דאָס נייע בנין ביהמ"ד איז אויפגעבויט געוואָרן בכלילת יופי האַרט נעבן דעם צייטווייליגן היכל, און דינט אַלס אַ הערליכע מקום תורה ותפלה לשם ולתפארת.

בילד

דאָס בית המדרש "מאורות נתן" איז אין די קורצע צייט זינט איר התייסדות שטאַרק אויפגעכאַפּט געוואָרן ביים ציבור, וואו עס קומען זיך צונויף אַן ערנסטע קבוצה אידן יראים ושלמים, מרביצי תורה, לומדי תורה, און בעלי בתים וועלכע זענען מכתת רגליהם איבער בערג און טאָלן, פון נאָענט און ווייט, מיט איין צוועק זיך צו געפינען אינעם ביהמ"ד א מקום מוכשר ולעבדו שכם אחד מיט אזא עדה אידן וואס כולם אהובים כולם ברורים וכולם עושים באימה וביראה רצון קונם, ועל צבאם דער באַֿליבטער רב און לאנגיעריגער מרביץ תורה, המפורסם בגדולת תורתו וצדקתו ה"ה הגה"צ רבי יצחק מרדכי מייזעלס שליט"א, מתלמידיו הנאמנים של מרן רבינו הקדוש זצ"ל, וועלכער האט נאך זוכה געווען מקבל צו זיין תורה מפיו הק' און כל דבריו זענען נר לרגליו. די גאנצע הנהגת הביהמ"ד איז אלעס עפ"י דרכו והוראתו פון רבי'ן זצ"ל, און דער רב איז שטענדיג דולה ומשקה מתורת רבו.

במשך די לעצטע חדשים האָט מען אָנגעהויבן צו בויען אַ הערליכן היכל פאַר'ן ביהמ"ד צו לעזן דעם מאַנגעל אין פּלאַץ צוליב דעם ריבוי–עם, נאָכדעם וואָס דער וואַקסענדער ציבור האָבן זיך דאָרט קובע מקום געווען בשבתות וימים טובים, איז דאָס בית המקדש פול-געפּאַקט עד אפס מקום. דאַָס נייע בית המדרש איז צוגעבויט געוואָרן צום הויז פונעם רב שליט"א וואו עס האָט פונקציאָנירט דער צייטווייליגער מקום תורה ותפילה.

די בוי אַרבעט ביים נייעם בנין ביהמ"ד האָט זיך אין די לעצטן וואָכן פאר יו"ט שטארק פאָראויס גערוקט, ווען ר' שבתי מזרחי הי"ו — וועלכער פירט אָן די בוי–ארבעט מיט א געניטקייט און פּונקטליכקייט — האט באַוויזן דאָס צו מאַכן גרייט אין גאָר אַ קורצע צייט מען זאָל קענען אַריינגיין לקראת חג המצות הבעל"ט. די הצלחה פונעם נייעם ביהמ"ד מוז צוגעשריבן ווערן צו די אומערמידליכע אַרבעט פון די חשוב'ע עסקנים מוה"ר נפתלי משה בן ר' שלום יוסף( ווייס הי"ו און מוה"ר מרדכי לייב האָלצער הי"ו, ווי אויך די גבאים מוה"ר יואל בערקאוויטש הי"ו און מוה"ר נחום יואל שטערנפעלד הי"ו, וועלכע האָבן אַריינגעלייגט גרויסע כוחות דאס צו ערמעגליכן און וועלכע האָבן געטאָן אַלע נויטיגע פּעולות אַז דער מקום תורה ותפלה זאָל קענען אַהערגעשטעלט ווערן במלוא הדרו אויף יו"ט.

גלייכצייטיג האַלט מען אינמיטן אויפבוי פונעם נייעם פּראַכטפולן מקוה בתכלית ההידור והיופי, וואו די בורות טבילה האלטן ביי די לעצטע שטאַפּלען, און וואָס מען האָפט דאָס צו קענען פאַרענדיגן בקרב הימים. אַ בליץ–קאַמפּיין איז אונטערגענומען געוואָרן דורך העסקן הנמרץ מוה"ר יהוסף שוואַרץ הי"ו צו ערמעגליכן דאָס פאַרענדיגן די מקוה ווי אמשנעלסטן, און די הנהלת הקהילה קוקט אַרויס צום חשוב'ן ציבור קעגנצוקומען בסיוע שיש בו ממש, און האָבן א געוואלדיגן זכות אהערצושטעלן דעם ישוב ע"ד התורה והיראה, עס זאל זיין א מקום מוכן פאר אידישע קינדער לבנות בתים נאמנים לד' ולתורתו הק', וואס דער זכות וועט זיכער ביישטיין לעד ולנצח להתברך בכל מידי דמיטב.

אין אנדערע נייעס ווערט געמאָלדן, אַז אָנגעהויבן פון די וואָך פונקציאָנירט שוין אַ טעגליכער מנין פאַר מנחה–מעריב אין דעם נייעם היכל בית המדרש, 15 מינוט פאַר'ן זמן ר"ת. ווען די מקוה וועט אי"ה זיין פאַרטיג האָפט מען צו קענען איינשטעלן אַ טעגליכער מנין אויך אויף שחרית וואָס ווערט שוין שטאַרק ערווארטעט ביי די איינוואוינער.

מיט'ן עפענונג פונעם נייעם היכל ביהמ"ד האט דער ישוב באַקומען אַ פרישע צורה פאַר אחים לדעה תלמידיו ותלמידי תלמידיו ויוצאי בית מדרשו פון מרן רביה"ק זצוק"ל, וועלכע האלטן זיך פעסט און געטריי צו זיינע דיבורים וואס זענען מאיר לעולם כולו, ולאורו נסע ונלך עד ביאגוא"צ.

נאָך דעם שיינעם יו"ט וואָס איז אָפּגעראָכטן געוואָרן אינעם נייעם היכל ביהמ"ד, הערט מען פון אַלע תושבי השכונה אַ ברכת צלח ורחב אויף די הרחבת גבולי הקדושה, מיט אַ הודאה על העבר און אַ תפילה על לעתיד, אויף די ווייטערדיגע הצלחה פונעם הערליכן ישוב וואָס האָט זיך אזוי שיין אַנטוויקעלט אין קוים 2 יאָר.

עס איז דער וואונטש פון די תושבים אז "הבית הזה יהי' עליון לשם לתפארת ולתהלה", און דער חשוב'ער רב שליט"א זאָל קענען מפיץ זיין ממעיינותיו חוצה און מרבה זיין פעלים להרים קרן התורה וישראל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל