אין פוטין׳ס רוסלאנד איז גאר געפארפולע צו זיין א זעלבסשטענדיגע דשורנאליסט, פילע דשורנאליסטן וועלכע האבן זיך געוואגט צו קריטיקירן די פוטין רעזשים, אדער אויפדעקן קארופציע זענען פארשוואונדען געווארן אונטער מיסטעריעזע אומשטענדן. און ווי עס שיינט האט די זעלבע שיקזאל באטראפן דעם 32 יעריגער דשורנאליסט מאקסים באראדין.
באראדין איז געווען א זעלבסשטענדיגער און געוואגטער דשורנאליסט וועלכע האט באריכטעט געשיכטעס וועלכע זענען נישט איינגענעם פאר׳ן קרעמעלין, אריינגערעכנט איבער קארופציע און שווינדל אין די הויכע פענסטער.

ווי עס שיינט האט ער איבערגעצויגן די שטריקל ווען ער האט באריכטעט איבער א געהיימע פראגראם פון די רוסישע רעגירונג וועלכע נעמט אריין געדונגענע קעמפער פון וועלכע צענדליגע זענען אומגעקומען, ער האט באריכטעט אין דעטאלן איבער זייער אידענטיטעט און וויפיל פון זיי זענען אומגעקומען. (מייק פאמפעאו, דער סי-איי-עי הויפט זאגט אז פילע הונדערטער פון זיי זענען אומגעקומען אין סיריע) אין די לעצטע טעג האט באראדין באקומען טויט דראאונגען, און בלויז א טאג פאר זיין טויט האט ער פארציילט פאר זיינע פריינט מיט זארג אז ער ווערט נאכגעפאלגט דורך די רוסישע געהיים פאליציי, ער איז געפונען געווארן אין א קריטישע צושטאנד נאכ׳ן ״אראפפאלן״ פון זיין באלקאן 5 שטאק אין די הייעך, און פארשטייט זיך אז די רוסישע אויספארשער האבן עס באצייכנט אלס א זעלבסמארד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל