אין א שריט וועלכע סיגנאליזירט א ווילן צו פארבעסערן האנדלס באציאונגען מיט אמעריקע האט כינע געמאלדן א רעפארם אין איר פאליסי און וועט ערלויבן מער אויסלענדישע קאר פירמעס צו פארקויפן קארס אין כינע, א לאנד וועלכע איז היינט צו טאגס די גרעסטע מארקעט פון קאר פארקויפן איבער די גאנצע וועלט.

ביז יעצט האבן בלויז קאר פירמעס וועלכע האבן געהאט קאנטראקטן מיט די כינעזער רעגירונג געקענט פארקויפן קארס און האבן געדארפט ארייננעמען די רעגירונג אלס שותפים, א זאך - וואס לויט די אמעריקאנער רעגירונג - איז געווען געצילט נישט בלויז צו קאנטראלירן די מארקעט נאר אויך צו ארויסגנב׳נען אלע טעכנאלאגישע סודות און עס שפעטער נוצן פאר לאקאלע פראדוקציע.

כינע וועט דורכפירן די רעפארמען שטאפלווייז, עלעקטראנישע קאר׳ס וועלן שוין ערלויבט ווערן אין 2018, (גוטע נייעס פאר טעסלא און עלאן מאסק) און הייבריד (עלעקטעריק-גאז) קאר׳ס וועלן ערלויבט ווערן אין 2020, און קארס וועלכע פארן נאך אויף גאזאלין וועלכע ערלויבט ווערן הערשט אין 2022.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל