אין אן היסטארישע רעדע האט דער פאפולערער פראנצויזישער פרעזידענט ארויסגעלייגט זיין וויזיע פאר די צוקונפט פון אייראפע און דערביי געווארנט איבער א כוואליע פון אולטרע-נאציאנאליזם וועלכע נעמט ארום דעם קאנטינענט, א זאך וועלכע לויט אים ״באדראעט די צוקונפט פון אייראפע אלס א ליכטטורעם פון ליבעראלע דעמאקראטיע״.

ער האט געווארנט אז די לעצטע פלייץ פון געווינסן פון נאציאנאליסטישע פארטייען שטעלט א געפאר פאר אייראפע אז זי זאל צוריקגיין צו אירע פינסטערע טעג פון פאר די וועלטס קריג, און אז פילע רעגירונגען פון לענדער אינעם פאראיין טוען בעפארצוגן א נאצינאליסטישע און סעפאראטיסטישע אגענדע אנשטאט קאאפעראציע און צוזאמענארבייט מיט׳ן אייראפעישן בלאק.

די רעדע קומט אלס ענטפער צו באוועגונגען אין פילע אייראפעישע לענדער וועלכע ווילן איינצוימען די איינפלוס פון די אייראפעישע פאראיין וויבאלד עס טוט איינצוימען די נאצינאנאלע כאראקטער פון זייער לאנד, בלויז אין די לעצטע יאר האבן עקסטרעם רעכטע פארטייען אפגעצייכנט שטארקע געווינסן אין איטאליע, פוילן, אונגארן, ראמעניע און אפילו אין דייטשלאנד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל