די דעלעגאציעס פון נארט קארעא און סאוט קארעא האבן געמאלדן אז די צוויי רעגירונגען באטראכטן ערנסט צו דערקלערן אן ענדע צום קארעאר קריג וועלכע האלט שוין אן פאר 68 יאר, נאכדעם וואס די צפון טייל געשטיצט דורך די סאוויעטישע ארמיי און די דרום טייל געשטיצט דורך אמעריקע האבן געקעמפט איינער קעגן אנדערן, און דערווייל איז קיינמאל נישט דערקלערט געווארן אן ענדע צו דעם קריג.

מיט 50 יאר צוריק האבן זיך די שלאכטן אויפגעהערט מיט א ״פייער אפשטעל״ וואס האלט שוין אן פאר 50 יאר, אבער ביידע לענדער האבן נישט אויפגעגעבן זייערע אספיראציעס צו איבערנעמען דעם גאנצן האלב-אינזל און האבן נישט אנערקענט דעם פייער אפשטעל ליניע אלס לעגיטימע גרעניץ צווישן צוויי לענדער נאר ליבערשט אלס צייטווייליגע פראנט ליניע.

די צוויי לענדער באטראכטן די מעגליכקייט אז ווען די פירער פון נארט קארעא און סאוט קארעא טרעפן זיך קומענדיגע מאנאט פאר א סאמיט צו מאכן א געמיינזאמע דעקלעראציע אין וועלכע זיי וועלן מעלדן קעגנזייטיגע אנערקענונג און מעגליך אנקניפן דיפלאמאטישע פארבינדונגען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל