דער קובאנער פרעזידענט רעאול קאסטרא האט געמאלדן אז ער וועט נאך די וואך אפטרעטן פון אמט, און דערמיט ענדיגן איבער 60 יאר וואס די קאסטרא פאמילע הערשט אינעם קאמוניסטישן לאנד מיט אן אייזערנעם פויסט, פון ווען זיין ברודער פידלע קאסטרא האט איבערגענומען דעם מאכט אין א בלוטיגע רעוואלוציע וואס האט געפירט צום קאמוניסטישע רעזשים וואס איז פון די איינציגע פארבליבענע היינט.

רעאול האט איבערגענומען די פרעזידענטשאפט פון זיין ברודער אין 2008 און אונטער זיין זייגער האט האט אמעריקע אונטער פרעזידענט אבאמא אראפגענומען פארשידענע שווערע סאנקציעס פון קובא און אנגעקניפט דיפלאמאטישע פארבינדונגען, און אזוי אויך האט די רעזשים אין קובא דורכגעפירט ווייטגרייכנדע רעפארמען אין די לעצטע יארן וואס ערלויבט פאר א גרויס טייל פון די באפעלקערונג צו ארבייטן אינעם פריוואטן סעקטאר, און אזוי אויך קענען זיי שוין האבן צוטריט צו די אינטערנעץ.

דער 86 יעריגער קאסטרא איז ערווארטעט צו נאמינירן זיין וויצע פרעזידענט מיגואל דיאז-קענעל וועלכער וועט דינען אלס פרעזידענט ביז די וואלן, און פילע לייגן גרויסע האפענונגען אז דער 57 יעריגער קענעל זאל אנהאלטן די רעפארם ליניע פון קאסטרא און נאך מער עפענען דאס פארמאכטע לאנד און דעמאקראטיזירן אירע מארקעטס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל