די ארגאניזאציע וועלכע קעמפט קעגן די פארשפרייטונג פון כעמישע וואפן (OPCW) האט אפגעהאלטן אן עמערדשענסי זיצונג אין האג צו באהאנדלן די לעצטע אנטוויקלונגען אין סיריע, די אינספעקטארס פון די ארגאניזאציע געפונען זיך יעצט אין דומא צו אויספארשן די לעצטע כעמישע אטאקע, נאך עטליכע טעג פון פארהאנדלונגען האט מען זיי געגעבן צוטריט.
אבער דער אמעריקאנער פארשטייער אין די ארגאניזאציע זאגט אז אמעריקע איז ביי די מיינונג אז רוסלאנד האט אויסגענוצט די טעג נאך די אטאקע - ווען מען האט פארהאנדלט די ערלויבעניש פון די אינספעקטארס - צו פארניכטן דעם ארט פון ווי די כעמישע וואפן זענען ארויסגעשיקט געווארן און פארטושן די באווייזן אז די אסאד רעזשים איז געשטאנען אונטער די אטאקע. די ״רויטערס״ נייעס אגענטור האט אויך געברענגט פון דיפלאמאטישע קוועלער אין סיריע וועלכע האבן געזאגט אז באלד נאך די אטאקע האבן די רוסן אינאיינעם מיט די סיריער מיליטער געארבייט פלייסיג צו פארווישן באווייזן וועלכע קענען פארבינדן די אסאד רעזשים צו די אטאקע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל