דער סעקערטאר פון די אי-פי-עי די ענוויירמענטאלע באשיצונג אגענטור סקאט פרואיט שטייט אויס די לעצטע וואכן פילע קריטיק אין די פרעסע און צווישן געזעצגעבער איבער אנגעבליכע מיסברויכן פון שטייער געלטער פאר פערזענליכע באקוועמליכקייט.

ער ווערט אראפגעריסן אז ער פארשווענדעט רעגירונג געלטער פאר פריוואטע לוקסוס ווי פליען ערשטע קלאס און אריינשטעלן באקוועמע צוגעהערן און זיין ביורא, און עס קומען פאר אצינד עטליכע באזונדערע אויספארשונגען אז ער האט מעגליך פארלעצט דאס געזעץ, ספעציעל מיט דעם וואס ער האט באקומען אן אפארטמענט פאר שפאט ביליג פון א לאביאיסט.

היינט איז ער אראפגעקומען אין קאנגרעס ענטפערן פראגעס איבער זיין אגענטור, און גלייכצייטיג צו באשיצן זיין אייגענע רעפוטאציע, ער האט אין א 33 בלעטערדיגע דאקומענט ארויסגעלייגט זיין ווערסיע פון די געשיכטעס, און זאגט אז אלע אטאקעס זענען בלויז געצילט צו אונטערמינעווען די ארבייט וואס ער טוט.

אויך אזעלכע געזעצגעבער וועלכע שטיצן אים האבן אים עפנטליך געבעטן ביים פארהער אז ער זאל זיין מער געווארנט נישט צו פארשווענדן רעגירונג געלטער, און אז ער זאל ״אויסרייניגן די לופט״ ארום די פילע באשולדיגונגען וועלכע צירקולירן ארום אים.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל