קאנספיראציע ליבהאבער האבן באקומען מער שטאף צו שפינען א געשיכטע ארום די מיסטעריעזע פארגיפטונג פונעם געוועזענעם רוסישן שפיאן סערגעי סקריפאל, און די מיסטעריע איז מעגליך געווארן אביסל מער קאמפליצירט מיט די לעצטע אנטוויקלונג וועלכע איז מעגליך פארבינדן צו די גאנצע געשיכטע.

די גיפט גענוצט צו ערמארדן סקריפאל רופט זיך נאוויטשאק, א נערוו-אגענט וועלכע איז אנטוויקלט געווארן דורך די סאוויעטן און בלויז רוסלאנד האט עס אין איר באזיץ, א זאך וואס דינט אלס באווייז אז רוסלאנד איז געשטאנען אונטער דעם אטאקע, א זאך וואס רוסלאנד טוט קאטעגאריש אפלייקענען, אבער האט נישט געקענט געבן קיין געהעריגן הסבר וויאזוי די נאוויטשאק איז אנגעקומען צום טיר קלאמקע פון סקריפאל.

די מיסטעריע איז גרעסער געווארן נאכדעם וואס אן אומאידעניפיצירטע פארשוין האט פרובירט צו אומברענגען דעם ערפונדער פון נאוויטשאק, דער פראפעסאר וולאדימיר אוגלאוו וואס איז געצילט געווארן דורך א קאר וועלכע האט אים פרובירט צו אומברענגען, און איז ארויפגעפארן אויפ׳ן טראטואר אים צו איבערטרעטן, און בלויז אין די לעצטע סעקונדע איז ער געראטעוועט געווארן מיט ערנסטע וואונדן.

פאליציי פארשט די אטאקע און זאגט אז דאס איז געווען אן עקסידענט, און אז זיי פארשן אויס דעם דריווער, אבער דאס לאזט אפן די פראגע אויב דאס איז מעגליך פארבינדען צום פארגיפטונג איצינדענט אין לאנדאן, און ווער שטייט באמת אונטער די גאנצע סאמאטוכע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל