נאכדעם וואס ער האט אין די לעצטע מינוט זיך אנטזאגט פון קומען קיין ענגלאנד, האט פרעזידענט טראמפ אנגענומען אן איילאדענונג פון די בריטשיע פרעמיער מיניסטארשע צו קומען באזוכן לאנדאן די קומענדיג יולי 13 פאר געשפרעכן מיט די ארטיגע רעגירונג און פרעמיער מינסטארשע טערזע מעי.

די ווייסע הויז ווארטזאגערין האט געמאלדן איבער דעם באזוך, און די בריטישע אינסטאנצן האבן עס באשטעטיגט. די דעטאלן פונעם באזוך זענען דערווייל נישט קלאר, און עס איז אויך נישט געמאלדן געווארן אויב עס וועט זיין א אפיציעלע סטעיט וויזיט, וואס באדייט אז דער פרעזידענט וועט זיך טרעפן מיט די קעניגן אזוי ווי פרעזידענט אבאמא.

מיט ארום א האלב יאר צוריק האט פרעזידענט טראמפ אפגעזאגט אן איילאדענונג צו באזוכן אין לאנדאן זאגנדיג אז ער וואלט געדארפט באנייען דעם נייעם אמבאסאדע געביידע וואס ער האלט איז געווען א געלט פארשווענדעניש, און דעריבער האט ער צוריקגעוויזן דעם איינלאדענונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל