ניו יארק – נעכטן האבן עף-בי-איי אגענטן דורכגעפירט אן אבלאווע אויפ'ן אפיס פון מייקל קאהן, פרעזידענט טראמפ'ס לאנגיעריגער פערזענליכער לויער. דער איבערפאל איז געקומען מיט אן ארעסט באפעל וואס א פעדעראלער ריכטער האט באשטעטיגט אויפ'ן פארלאנג פון ניו יארקער פעדעראלע פראקורארן (מיט א רעפעראט פון ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער, וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג), און ווי דער וואשינגטאן פאוסט באריכטעט, האבן די אגענטן קאנפיסקירט הויפנס דאקומענטן אין פארבינדונג מיט אן אנגייענדיגן סקאנדאל ארום קאהן. דער סקאנדאל איז אז קאהן האט ארויסגעצאלט געלטער פון זיין אייגן טאש, צו האלטן שטיל עמיצן וואס האט געהאט נעגאטיווע זאכן צו דערציילן קעגן טראמפ, און עס איז דעריבער מעגליך אז די געלטער זענען געווען ווי אן אומלעגאלע קאמפיין ביישטייערונג פאר'ן טראמפ קאמפיין – און דאס פארשט מען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל