אטאווע – דער קאנאדישער פארלאמענט האט באשטעטיגט א געזעץ, צו דערקלערן יעדעס יאר דעם אלגעמיינעם מאנאט מאי, אלס דער ״אידישער היסטאריע מאנאט״. דאס געזעץ איז שוין פארגעשלאגן געווארן מיט צוויי יאר צוריק דורך די אידישע פארלאמענט מיטגלידער מיכאל לעוויט און לינדא פרום, און יעצט איז עס ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן דורכ'ן קאנאדישן סענאט און פארלאמענט. דאס געזעץ דערקלערט, אז יעדעס יאר, אין לויף פון די וואכן פון מאי, וועט אפגעהאלטן ווערן פארשידענע צערעמאניעס איבער אידישע היסטאריע אין קאנאדע, און אידישע היסטאריע איבער דער וועלט בכלל. אין געציילטע וואכן ארום, ווען עס וועט זיך אנהייבן דער מאנאט מאי, וועט זיין דאס ערשטע מאל וואס מ'וועט דאס פייערן.

1915 photo on the front steps of United Bakers in Toronto. (Ontario Jewish Archives)


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל