וואשינגטאן – א פרישער אנאליז איבער'ן פעדעראלן בודזשעט, צייגט אז די קאמבינירטע אפעקטס פון פרעזידענט טראמפ'ס שטייער רעפארם און די 1.3 טריליאן דאלאר שפענדונג ביל, וועט רוקן דעם פעדעראלן בודזשעט דעפיציט גאר נאענט צו 1 טריליאן דאלאר. דער אנאליז קומט פון דעם קאנגרעסיאנאלן בודזשעט אפיס, וועלכע זאגט אז די צוויי זאכן וועלן ברענגען אז היי יאר וועט די פעדעראלע רעגירונג ענדיגן דאס יאר מיט א דעפיציט פון 804 ביליאן, און קומענדיגן יאר כמעט איין טריליאן. דאס איז נעגאטיווע נייעס פאר טראמפ און די רעפובליקאנער, וועלכע זוכן נישט צוצולייגן צום דעפיציט, אבער טראמפ האט אויך באקומען גאר פאזיטיווע נייעס נעכטן, ווען אן אנאליז פון די "טעקס פאליסי צענטער" האט געצייגט, אז אדאנק טראמפ'ס שטייער רעפארם, וועלן 87 פראצענט פון אלע אינקאם שטייער געלטער וואס די פעדעראלע רעגירונג באקומט אריין, קומען פון די רייכסטע 20 פראצענט אמעריקאנער, וואס איז איבער די 84 פראצענט פון פאראיאר. מיט די ציפערן קען טראמפ אפשלאגן דעמאקראטן'ס קריטיק אז דאס שטייער רעפארם געזעץ איז געווען געצילט צו העלפן די רייכסטע.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל