וואשינגטאן – דער סענאט האט נעכטן באשטעטיגט מייק פאמפעיא צו דינען אלס נייער סעקרעטערי אוו סטעיט, און דאס לאנד קוקט ארויס אז עס זאל ווערן צוריק ארדענונג אינעם סטעיט דעפארטמענט, יעצט אז פרעזידענט טראמפ וועט האבן א סעקרעטערי אוו סטעיט מיט וועמען ער פארשטייט זיך און האט א גוטע צוזאמענארבעט.

פאמפעיא'ס באשטעטיגונג איז אריבער אינעם סענאט מיט 57 שטימען, און 42 האבן געשטימט קעגן. אלע רעפובליקאנער האבן געשטימט פאר אים, און עס זענען אויך געווען עטליכע דעמאקראטן, אריינגערעכנט סענאטאר דזשאו דאנעלי, סענאטאר דזשאו מענשין, סענאטאר קלעיר מעקעסקיל און סענאטאר ביל נעלסאן, וואס האבן פאר אים געשטימט.

יעצט אז פאמפעיא איז אמעריקע'ס נייער סעקרעטערי אוו סטעיט, וועט ער שוין היינט זיך ארויסלאזן פאר זיין ערשטע אינטערנאציאנאלע רייזע אין זיין נייעם אמט, פארנדיג ערשט קיין בריסל, בעלגיע פאר א נאטא סאמיט, און דערנאך קיין מדינת ישראל, זיך צו טרעפן מיט ביבי נתניהו און אנדערע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל