אויפטרעטנדיג פאר א קאנגרעסיאנאלער סוב-קאמיטע, האט דער דעפיוטי קאמיסיאנאר פאר דער שפיאנאזש און קאנטער-טעראריזם אפטיילונג פון דער NYPD, דזשאן מיללער, געזאגט, אז דער דעפארטמענט איז באזארגט איבער מעגליכע פלענער פון טעראריסטן צו ניצן דראונס אלס מיטל דורכצופירן אטאקעס.

די זארג קומט נישט נאר אויפ'ן סמך פון אינפארמאציע וואס דער דעפארטמענט פארמאגט, נאר אויך פונעם פאקט וואס איסלאמישע טעראריסטן אין אנדערע טיילן פון דער וועלט, ווי אינעם מיטל-מזרח און אנדערשוואו, האבן לעצטנס אנגעהויבן ניצן דראונס פאר טעראר-צוועקן.

מיללער האט פארגעשלאגן אז דער פעדעראלער היימלאנד-זיכערהייטס דעפארטמענט זאל ווידמען געלטער ספעציעל פאר דעם צוועק, צוצוגרייטן די פאליציי קעגן דער געפאר פון טעראר-דראונס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל