ירושלים – 10 איזראעלישע יוגנטליכע זענען געשטארבן ל"ע, נאכדעם וואס זיי זענען פארכאפט געווארן אין א ווילדע "פלעש פלאד" פארפלייצונג בשעת'ן שפאצירן ביים "נחל צפית" בארג נישט ווייט פונעם ים המלח. די יוגנטליכע זענען געווען טייל פון א גרופע וועלכע האט זיך טרענירט זיך צו קענען איינשרייבן אינעם טמא'נעם מיליטער, ווען שפאצירנדיג ביי א טייל פונעם בארג, וועלכע איז אמאל געווען א טייך און איז שוין היינט צוטאגס אויסגעטרוקנט, האט פארפלייצונג וואסער פלוצלינג זיך גענומען זיי פארשוועמען. 10 זענען רח"ל אומגעקומען אויפ'ן ארט, און 15 פון זיי האט מען באוויזן ארויסצוראטעווען אומבאשעדיגט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל