דאס אינערן מיניסטעריום האט אפגעזאגט צו באשטעטיגן אן איינטריט-וויזע פאר'ן מעיאר פון א פארשטאט אין פאריז, צוליב יענעמס שטיצע פאר דער באיקאט-באוועגונג קעגן מדינת ישראל.

פּעטריק לעסלערס, וועלכער שטיצט די אזויגערופענע בי-די-עס באוועגונג וואס קאמפיינט פאר א באיקאט קעגן מדינת ישראל, האט געוואלט אריינקומען אין לאנד טיילצונעמען "אין אינטערנאציאנאלע פראיעקטן אין די פאלעסטינער שטחים," אבער איז אפגעהאלטן געווארן ביי דער גרעניץ אויף דער אנווייזונג פונעם אינערן מיניסטערן, ארי' דרעי.

דאס פראנצויזישע אויסערן מיניסטעריום האט אויסגעדריקט "באדויער" אויף דעם באשלוס, און גערופן די מדינת ישראל רעגירונג אריינצולאזן אירע באאמטע איבעראל אין איר טעריטאריע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל