א מיטגליד פון דער רעכטער 'אלטערנאטיוו פאר דייטשלאנד' פארטיי האט גערופן זיין רעגירונג צו אנערקענען ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל.

אין א סטעיטמענט האט פיטער ביסטראן, א פירנדער מיטגליד פון אויסערן אנגעלענגהייטן פאר דער עי-עף-די, דערקלערט אז זיין פארטיי איז א שטארקע שטיצערין פון מדינת ישראל און איז מסכים מיט'ן באשלוס פונעם אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ לגבי ירושלים.

ביסטראן האט גלייכצייטיג אפגעשיקט אן אפיציעלן פארלאנג צו דער דייטשער רעגירונג, אין וועלכן ער פארלאנגט אן ענטפער אויף דער פראגע, "וואס איז דער נאמען פון מדינת ישראל'ס הויפטשטאט."

די דייטשע רעגירונג, ווי א צאל אנדערע לענדער, האט קיינמאל נישט פרטימ'דיג קלארגעשטעלט איר שטעלונג איבער דעם ענין.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל