מיט עטליכע וואכן צוריק האט סינטיע ניקסאן דערקלערט איר קאנדידאטור צו לויפן קעגן גאווערנער קאומא אין די קומענדיגע דעמאקראטישע פריימעריס, ניקסאן איז א פאפולארע אקטיארן אן קיין פאליטישע ערפארונג, און זי רייסט אראפ קאומא איבער קארופציע, און אויך רעפרעזענטירט זי א מער ליבעראלע און סאציאליסטישע ליניע, ענליך צום קאמפיין פון בערני סאנדער.

א לעצטע אנקעטע צווישן ניו יארקער דעמאקראטן ברענגט געמישטע נייעס פאר גאווערנער קאומא, ער שטייט טאקע היבש העכער צווישן שטים-בארעכטיגטע דעמאקראטן מיט א מערהייט פון 58% קעגן 27% פאר ניקסאן, אבער פון די אנדערע זייט איז די פארמעסט דראסטישע נענטער געווארן קעגן א פריערדיגע אנקעטע מיט איין חודש צוריק ווען ניקסאן איז געשטאנען ביי בלויז 19% שטיצע און קאטמא האט געהאט גאנצע 66% שטיצע צווישן דעמאקראטן.

די אנקעטע צייגט אויך א א מערהייט ניו יארקער ווייסן נאכנישט צו זאגן איבער ניקסאן, וואס מיינט אז אויב פירט זי א געלונגענע קאמפיין האט זי שאנסן צו ציען פילע יונגע דעמאקראטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל