א סאוטוועסט פליגער וואס איז ארויסגעפארן פון לע-גווארדיע לופטפעלד קיין דאלאס טעקסאס האט געדארפט מאכן אן עמערדשענסי לאנדונג אין פילאדעלפיע נאכדעם וואס איינע פון די ענדשינס האט אויפגעריסן אין די לופטן, די פאסאדשירן זענען אריבערגעגאנגען עטליכע מינוט פון שרעק נאכדעם וואס די אויפרייס האט אויסגעשאסן א פענסטער און כמעט ארויסגעזויגן איין פאסאנזשיר וועלכע האט געראטעוועט געווארן ווען אנדערע פאסאזשירן האבן איר צוריקגעצויגן.
נאך די לאנדונג האט די פאסאנזשיר געדארפט אנקומען צו מעדעצינישע באהאנדלונג און זי איז דערווייל אין א קריטישע צושטאנד, די לופטליניע האט פארשפראכן א גרונטליכע אויספארשונג איבער וואס האט געפירט צו דעם פראבלעם.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל