אן אנטי תנ"ך פונעם זיבצנטן יארהונדערט וואס דער הויכראנגיגער נאצישער פירער, הערמאן גערינג ימ"ש, האט צוגענומען פון א אידישן אייגנטימער אין פראנקרייך, וועט ארויסגעשטעלט ווערן אויף א ליציטאציע.

גערינג, וועלכער האט געהאט א מערקווירדיגן אינטערעס אין אידישע אנטיקן און אוצרות, האט גע'גנב'עט דעם היסטארישן תנ"ך פון א פריוואטן ביבליאטעק וואס האט באלאנגט צו א אידישן דאקטאר אין פראנקרייך.

דער תנ"ך איז געדרוקט געווארן דורך רבי מנשה בן ישראל אינעם זיבעצנטן יארהונדערט אין אמסטערדאם, און איז פון די געציילטע אזעלכע עקזאמפלארן געדרוקט געווארן דורך אידן אין יענער תקופה.

נאך דער באפרייאונג, האבן פראנצויזישע סאלדאטן געפונען דעם תנ"ך אינעם בנין וואו גערינג האט זיך אויפגעהאלטן דורכאויס דער נאצישער אינוואזיע פון פראנקרייך.

אין 05' האט א טשאפלעין פון יענעם פראנצויזישן באטאליאן וואס האבן געפונען דעם תנ"ך אים געשאנקען צו א געוויסן איד פון לאנדאן, און יעצט האט די 'קדם' אנטיקן קאמפאני, וואס געפינט זיך אין ירושלים, ארויסשטעלן דעם תנ"ך אויף פארקויף.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל