אין צוזאמהאנג מיט'ן זיבעציגסטן יארטאג זינט דער גרינדונג פון מדינת ישראל, האט די 'גוטמאן אינסטיטוט' דורכגעפירט אן אויספרעג צווישן דעם חרדי'שן ציבור פון ארץ ישראל איבער דעם אופן וויאזוי 'יום העצמאות' און 'יום השואה' ווערן אנגעקוקט.

די רעזולטאטן האבן געוויזן, אז דער איבערוויגנדער רוב פונעם חרדי'שן סעקטאר אין לאנד טיילן נישט דעם אלגעמיינעם סענטימענט אין לאנד איבער די צוויי טעג, און זעען נישט יום העצמאות ווי א פייערליכער טאג ווי אויך באטראכטן זיי נישט יום השואה ווי א צייט פון טרויער.

בלויז זיבעצן פראצענט פון די אויסגעפרעגטע האבן געענטפערט אז זיי זענען מסכים מיט דער באהויפטונג, אז יום העצמאות איז א "פייערליכער טאג", קעגן זעכצן פראצענט וואס האט "נישט אזוי שטארק מסכים" געווען און 47 פראצענט וואס האבן "שטארק נישט מסכים" געווען.

לגבי יום השואה האט 36 פראצענט פון חרדי'שע אידן אויסגעדריקט א הסכמה אז ס'איז א טאג פון טרויער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל