דורך גרינע
געהויבענער שבת מיט שלות הנפש אפגיהאלטען אינעם רעזארט שטעטיל "בורנמוטה" במדינת ענגלאנד
הערליכע שיעורים דורך דעם פה מפיק מרגליות הרב הגאון המפורסם רבי שמואל ניימאן שליט"א מו"צ בעיה"ת מאנסי
געהויבענער שבת מיט שלות הנפש אפגיהאלטען אינעם רעזארט שטעטיל "בורנמוטה" במדינת ענגלאנד
הערליכע שיעורים דורך דעם פה מפיק מרגליות הרב הגאון המפורסם רבי שמואל ניימאן שליט"א מו"צ בעיה"ת מאנסי
לונדון. ווי באקאנט איז צוריק מיט עטליכע יאהר נתייסד גיווארען די הילפס ארגאנעזאציע "שלות הנפש", וואס שטעלט צו הילף פאר באדארפענע דורך זיי רעקאמאנדירען צו די ריכטיגע אדרעסין, און צו צושטעלין דעם פינאנציעלער חלק, און בעיקר באגלייטען די זאך פארזיכטיג און שטארק באשיידען, די ארגאנעזאציע שטייט תחת פיקוחם פון עטליכע חשובע רבנים מובהקים פון שטאדט שליט"א און ווערט באגלייט דורך מומחים חשובים וואס נעמען אדורך יעדע זאך באזונדער, און אלעס ווערט באהאנדלט בכובד ראש ממש.
עס איז איבריג צו באטאנען דאס גודל הנחיצות פון אזא ארגאנעזאציע וואס שטעלט זיך צו, לכל דורש ומבקש, און האט שוין אין די קורצע צייט פון איר עקזיסטענץ אויפגעטוהן גדולות ונצורות, ועוד ידם נטוי' בעז"ה.
אצינד איז געקומען דער צווייטער שטאפעל, מ'האט ארגאנעזירט א שבת אויפן באקוועמסטען אופן, ווי עס האבין גיקענט ארויספאהרען איש וביתו. צו דעם דאזיגען צוועק איז גיווארען ארויסגענומען דער אלעמען באקאנטער "נארמאנדי האטעל", וואס האט די טעג געדינט בלויז פאר דעם ארגאנעזאציע.
דער גאנצער אונטערנעמונג איז גיווארען אדורך געפיהרט דורך דעם מייסד, האברך היקר כביר המעש מו"ה יואל כהנא הי"ו מיט די הילף פון זיין עלטערע ברודער האברך היקר מו"ה נחמן כהנא הי"ו און נאך עטליכע מיטהעלפער.
עס איז גילאדענט גיווארען דער גרויסער מחנך נפלא ומומחה גדול
בתורת הנפש ובשלום בית הרב הגאון המפורסם רבי שמואל ניימאן שליט"א דומ"ץ ומרביץ תורה בעיה"ת מאנסי בעמח"ס אבני חושן, קל כנשר, יצא אדם לפעלו ועוד, בן יקיר פון הגאון הגדול עמוד ההוראה רבי אברהם ניסן ניימאן שליט"א דומ"ץ ק"ק וויזניץ במאנסי יע"א, וועלכער איז באקאנט מיט זיינע שיעורים וואס איז כמים קרים על נפש עייפה פאר די הונדערטער צוהערער.
באלד ווען די זאך איז נתפרסם גיווארען האט זיך שוין אנגיהויבען א שטארקע נאכפראגע, און די ארגאנעזירער האבין באמערקט אז די זאך וועט זיין אסאך שטארקער ווי גיראכטען.
די אלע הכנות איז אדורך מיט א גיוואלדיגע סייעתא דשמיא. עס איז צוגישטעלט גיווארען טראנספארטאציע פאר די וואס האבין גידארפט אזוי אויך בעיבי סיטינג אראנדזשירונגען ועוד, אז אלעס זאל גיין אומגישטערט בעז"ה. און אזוי איז אויסגישטעלט גיווארען דער פראגראם פון אזא אינהאלטס רייכע דריי טעג, ערש"ק, שב"ק און זונטאג.
פרייטאג מיטאג באלד נאכין איינשטעקין אין האטעל, איז יעדער אויפגענומען גיווארין מיט א גאסט פריינדליכקייט, מיט א אויסגעדריקטען סדרי הימים פונקטלעך, עס האט זיך אנגיפאנגען מיט א טועמי'.
דער לאבי פון האטעל איז גיווארען צוגעגרייט פאר די שיעורים. צווישען מנחה און קבלת שבת איז גיווען דער ערשטער שיעור, נאך סעודת ש"ק דער צווייטער שיעור, נאכער א ווארעמע באטע ווי מ'האט פארברענגט מיט זמירות שירות ותשבחות לאדון כל.
גאנץ פרי איז שוין גיווען שיעורי תורה, חברותות ועוד. נאכין דאווענען איז גיווען א קידושא רבה, נאכער א שיעור, און באלד דערנאך דער סעודת ש"ק. א שעה פאר מנחה איז ווייטער גיווען א שיעור, נאכער תפילת מנחה, און באלד דערנאך סעודה שלישית, וואס עס איז באשיינט גיווארען דורך הגה"צ רבי שמעי' לעוו שליט"א דומ"ץ וראה"כ דקהל יטב לב ד'סאטמאר בעמ"ח ספרי לב שומע, וועלכער האט בטוב טעם ודעת שיין ארום גירעדט דברי חיזוק והתעוררות. א שעה נאך הבדלה איז גיווען נאך א שיעור, בבחינת שאלות ותשובות. נאכער סעודת מלוה דמלכה ווי דער ציבור איז גיזעצין אין א גיהויבענע שטימונג, און זיך איינגיהערט צו די סיפורי צדיקים וכדומה. זונטאג צופרי נאך תפילת שחרית און פת שחרית איז ווייטער גיווען צוויי שיעורים, מיט א שטיקעל הפסקה אין דערמיט. דערנאך א מיטאג ותפלת מנחה.
די שיעורים איז גיווען מלא וגדוש מיט דברי הדרכה פאסיגע מאמרים, בליציגע רעיונות צוזאמען געקליבען מדברי חז"ל אלעס מיט א זעלטענע פונקטליכקייט א שטארקע קלארקייט און טאקע בקצירת האומר. דער ציבור האט זיך איינגיהערט מיט גרויס אינטערעסע, און די אטמאספערע פונעם גאנצין שבת איז גיווען אומבאשרייבליך גישמאק.
עס איז גיווען גאר רירענד צו זעהן ווי כל הנאספים האבין זיך באדאנקט פאר די מארגנים און פארין דומ"ץ הג"ר שמואל שליט"א, מיט געפילען פון הכרת הטוב פארין צושטעלין אזא גאר רייכען שבת מיט אזא אומבאשרייבליכען אינהאלט. מי כעמך ישראל.
הוסף רשומת תגובה