וואשינגטאן – פרייטאג האט פרעזידענט טראמפ ארויסגעגעבן א פארדאן אויף סקוטער ליבי, דער געוועזענער שטאב הויפט פון רעפובליקאנער וויצע פרעזידענט דיק טשעיני. ליבי איז פאראורטיילט געווארן צו טורמע, איבער זיין ראלע אין ארויסליעקן די אידענטיטעט פון א געהיימער סי-איי-עי אגענטקע ביים נאמען וואלערי פלעים. די בוש אדמיניסטראציע האט געוואלט טשעפען פלעים, וויבאלד איר מאן, א געוועזענער אמבאסאדאר ביים נאמען דזשאו ווילסאן, האט געשריבן אין 03' אן ארטיקל צו קריטיקירן בוש'ס באשלוס צו אינוואדירן איראק, און מיט'ן ארויסליעקן פלעים'ס נאמען צו דער מידיא, האט עס באדייט אז זי האט פארלוירן איר דזשאב, ווייל זי האט מער נישט געקענט ארבעטן אין געהיים. ליבי האט ליגנט געזאגט פאר די עף-בי-איי ביים ווערן אויסגעפארשט איבער דעם סקאנדאל, און איז געזעסן אין טורמע. אצינד האט אים טראמפ פארדאנירט.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל